“אלול”

האָרן, האָרן אלול געוואָרן עוונות, דאָרן נסיונות, צאָרן. שופר בּאָרן דערמאנט חסרון וועגן פארלאָרן אַראָפּ געפֿאָרן. כבני מרון סוף יאָרן יום זכּרון חשבון קלאָרן. וואָרן, וואָרן פארהאן פתרון צוריק צאמפּאָרן ניי געבּאָרן. האניג שנאָרן שלעכטס פֿאַרשפּאָרן בּעטן מיר טאָרן כּלהון יהון שרן.

די סירקל

www.mottyilowitz.com ©Motty Ilowitz 2025 איסור השגת התוכן ללא אישור המחבר איך זיץ אינמיטן פעלד געווענטליך – דארטן קענט איר מיר זען איך בין צאמגעשטעלט פון אפאר בענקלעך – אמאל פינף, אמאל צען.   איך זיץ אויף די גרינע גראז – אויסגעשטעלט אין א רינגל איך שטעק איבעראל אריין די נאז – און איך האב גאר […]

גיי אין קאנטרי

  האט זיך דיר אמאל געגליסט 💬 צו וויסן ווער דו ביסט פונקטליך וואס דו טוסט וכד’… די גאנצע ליסט דאַן, דארפסט נישט גיין צו א טעראפיסט און צאלן אומזיסט פשוט. גיין אין קאנטרי דו מוזט! דארט וועסט אויסגעפונען אלס וואס דו ווי(ל)סט צו דו ביסט א נארסיסיסט א טעראריסט א משיחיסט און אזש דו […]

דער תשעה בּאב’דיגער מנין-מאַן

נישטא קיין אבר א ליידיגן קבר. נאר איך בין דארט אויפן בית החיים ארט. אינעם סאוט פאלסברג בית החיים א קבר א נייעם. פלוצלינג קומט אן איינער זוכן אלטע שטיינער. פלוצלינג א מיני ווען איצטער זעמיר צען! פארוואס? פארוואו? צען? תשעה באב נאכמיטאג? פונקט דאהי?? פלוצים קומט א חבריא עס גייט זיין א לוי’. נישט […]

☀️🌻זוממער

זוממער שווימער. וועטער בלעטער. היצן שוויצן. זון ☀️ בּין 🐝 שפּין 🕷️ בּראָטן שאטן. טען ברען פען. הייס-איז אייסעס. 🍦 הויז באנגעלוי’ס. וואקאציע דעסטינאציע. שטראַלן קוואַלן. בלומען 🌷 שווימען. 🏊