לא איש דברים אנכי

לא איש דברים אנכי אויף מיין מחשבה ערשיינט
אז איך קען אפשר יא, האב איך זיך גע’נער’ט און אזוי האב איך געמיינט.

איני יודע וואו צו אויפהויבן מיין פענע, אבער אתה הרי יודע
כשה אובד שטעל איך זיך פשוט אין די רייע.

די דעה והדיבור איז דאך צו וועמען? לחי עולמים
מיר האלטן נאר דעם שופר אין די האנט ווי א תמים.

זיך ווארעמען אין די קעלט, עפענען די קעמערלעך די פארשפארטע
פראבירן אונזער שליחות – וואס לכך נבחרת.

דערהערן די שטילקייט פון אונז אלע – קליינע מענטשן
טאנצן ביזן הימל מיט הכרת הטוב מיט וואס ער טוט אונז בענטשן.

עפענען די מתנה’דיגע בלינדע אויגן קוקנדיג אויף ארויף
פראבירן עפענען דאס הארץ, אדער כאטש גאַרן ביז דאס הארץ מאכט זיך אויף.

פארשטיין אז מיר זענען שטערקער און גרעסער ווי אונזערע מניעות
דער מלמד, דער שניידער, דער וואלאנטיר, יעדער איז א פועל ישועות!

אזש והאיש משה שטוינט און שרייט ושים חלקנו עמהם
זעע’נדיג ווי אנשים כמלאכים שטרעבן און גרייכן כמו הבעל שם.

מיט מיינע פשוטע א’ ב’ שטעל איך זיך צו שרייבן א שורה
אלעס נאר אז בעולם הזה ליהות לו יתברך דירה .

אלס א איינפאכער שליח איבערצוגעבן דעם גראם מיט איר אורות
אז עס זאל זיין א חיזוק, התעלות, און א שמחה לדורות.

שבענו מיט וואס? אז עס וועט זיין א חיזוק ועונג פאר יעדער איינער
מיט קאמענטארן, הגהות פון יעדער און קיינער.

מיין איינציגע ציל און תאווה איז אז אינאיינעם מיט ענק איך קום-מיט
דאס איז די גרעסטע און ווערדפולסטע שכר לימוד!

מיט א התחדשות צום דאזיגן פרישן פארמאט תזכור היום ובכל
אויב איז נאך דא וואס צו פאררעכטן און פארשענערן, מוחל זיין מען זאל.

האלט דיך רואיג! עס איז אין פלאן נאך פיל מער הוספות ווי פון ביז אהער
עס וועט זיין היטב איטיב – מער און מער.

מיט א שבח און א תפילה, עס זאל זיין אני עמהם מיט יעדע זאץ וואס איך זאג
שנשמע ונתבשר (ב)שורות טובות ביז מיין לעצטע טאג.

בקרוב זוכה זיין צו דעם איין טאג וועסטו זעהן… הערן דעם שיר חדש’דיגן תנועה
נתעלה ווערן מעיקבתא דמשיחא צום הר המוריה.

Share this post

Join the discussion