photo-1736171628300-23ab6aadcf84

גיי אין קאנטרי

 

האט זיך דיר אמאל געגליסט 💬
צו וויסן ווער דו ביסט
פונקטליך וואס דו טוסט
וכד’… די גאנצע ליסט
דאַן, דארפסט נישט גיין צו א טעראפיסט
און צאלן אומזיסט
פשוט. גיין אין קאנטרי דו מוזט!
דארט וועסט אויסגעפונען אלס וואס דו ווי(ל)סט
צו דו ביסט א נארסיסיסט
א טעראריסט
א משיחיסט
און אזש דו האסט גאר געלט ממש ווי מיסט… 💸
בקיצור, וועסט געוואוירן ווערן זאכן “וואס דו האסט אליינס נישט געוואוסט”!

גיי אין קאנטרי!!!! 🛻

***

וועסט געוואויר ווערן פינקטליך וויאזוי דו הייסט
וועלכע לעוועל דו שטייסט
צו וועלכע רב דו גייסט
וועמענס געלט דו דרייסט
וואו דו בארגסט און וואו דו לייסט
וויפיל מאל דו טרייסט
און וויפיל מאל מ’האט דיך שוין אויסגעלייזט
ווי שנעל דו קייסט
וויפיל עסן דו פארדייסט
און בכלל וויפיל דו פארשטייסט..
דו וועסט געוואויר ווערן מער וויפיל דו אליין ווייסט!!

גיי אין קאנטרי!!!! 🛻

***

וועסט געוואויר ווערן, ווער האב דיך ליב און ווער שעלט
וויאזוי דיינע קינדער האבן זיך די יאר פורים פארשטעלט
פונקטליך דיין פאזיציע און דיין פעלד
און וויפיל ארדערס ווערן ביי דיר באשטעלט
צו די האסט געהאט / האסט יעצט / אדער גייסט האבן, געלט
און ווער האט דיין שידוך צאמגעשטעלט
און צו מ’עסט ביי דיר געהעריגע חלה אדער ספעלט
צו דו האסט ליב היץ, אדער ענדערש קעלט
מ’וועט אפילו אראפברענגן דיין שוויגער פון יענע וועלט!! 🥴

גיי אין קאנטרי!!!! 🛻

***

בקיצור:
גלייכסטו אומפארגינערישע בליקן?
אדער אז מ’רעדט אונטער דיין רוקן?
האסט ליב אז מ’טוט אין דיינע ד אמות אריינקוקן?
האסט ליב יענטישע אויסדרוקן?
אז דיין שלום בית דארף א תיקון
און אז דיינע קינדער זענען מסוכן
און אז עכט וויל מען דיר פארשיקן…
נו, וועט דיך די קאנטרי באמת דערקוויקן.
נאכדערצו אויב האסטע ליב אז דיין באנק אקאונט ווערט דיך טריקן…! ⛔

נו… גיי! אין! קאנטרי!!!!  🛻

Share this post

10 Responses

  1. כ׳האב הערשט פריער געהערט די נייע אמונה ניגון,
    פון דיין פענע עס האט געשריגן,
    מלא הרגש איז עס מטוגן,
    א פייוו-סטאר דארפסטו קריגן!
    ***

    צום קאנטרי…
    די מציאות ווי דו שרייבסט איז עכט,
    נישטא קיין שום געפעכט.
    קאנטרי איז ווי א באבל זייף,
    ס׳שוין די צייט רייף,
    עס צו קאנסידערן טרייף…

    אמאל האט מען פון שטאט זיך געוואלט אוועקרוקן,
    מ׳זאל נישט זעהן – נישט הערן און קוקן.
    אבער היינט דארף שוין די קאנטרי גאר א תיקון…

    זאל השי״ת העלפן יעדער זאל זיין צופרידן אויף זיין פלאץ,
    וויסן פון די אייגענע ד׳ אמות די טייערע שאץ,
    און נישט שפילן מיט די פאמיליע מויז און קאץ…

    ***
    הצלחה און תתחדש צום זייטל היצא לאורה,
    ס׳וועט זיכער ברענגן פארן כלל פרישע סחורה!

  2. גיין אין קאנטרי איז גוט
    אן חברים אדער מיט
    ווער סאיז נישט געווען דארט
    וועט נישט פארשטיין קיין איין ווארט

  3. ר’ מרדכי מיין חבר אזוי פיין
    זאגסט דאך אייביג אזוי שיין
    איך דארף נישט און קאנטרי גיין
    ווייל די ביזט מיין פריינט
    און במחצתחך לייכט און שיינט
    קימער איך זיך נישט וואס עס זאגן מיינע פיינט
    כדי איך זאל קענען מער פון דיך געניסען
    קוקען מיר ארויס אז די יאר קאנטרי זאל זיך שוין פארשליסען
    איך ווארט אייך צו גריסען

  4. טרייב נישט איבער
    קום דא ביי אונז אין קאנטרי אריבער
    מ׳וועט דיר אויפנעמען ווי א גיבור
    אפילו דו האסט א סוועטער מיט א זיפפער

    פרוביר עס נאר אויס
    זעץ דיר אריין אין א זוממער הויז
    מיט די חברה און די בויז
    מיט דיין בעיבי אויף דיין שויס
    וועסטו שוין נישט מאכן אזויפיל נויז

    זיי נישט אזוי נאיוו
    טראכט נישט אזוי טיעף
    ווען דו שניידסט ביים גריל דעם ביעף
    אז איינער קוקט דיר אן שיעף
    אז דו האסט א קורצע סליעוו

    ס׳איז וויכטיג פאר די סאשעל לייף
    פאר דעם איז זוממער די צייט רייף
    ס׳געזונט פאר דיר אין פאר דיין ווייף
    און ביטע הער אויף אראפרייסן מיט א קנייף
    די דעלישע קאנטרי נייטלייף

  5. דאס איז דאך אזוי אמת און וואר
    עס איז מיר נישט קלאר
    פארוואס מענטשן האבן דאס ליב גאר

Leave a Reply to IL Cancel reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *