נישטא קיין אבר
א ליידיגן קבר.
נאר איך בין דארט
אויפן בית החיים ארט.
אינעם סאוט פאלסברג בית החיים
א קבר א נייעם.
פלוצלינג קומט אן איינער
זוכן אלטע שטיינער.
פלוצלינג א מיני ווען
איצטער זעמיר צען!
פארוואס? פארוואו?
צען? תשעה באב נאכמיטאג? פונקט דאהי??
פלוצים קומט א חבריא
עס גייט זיין א לוי’.
נישט קיין רעליגיעזע
לויט ווי איך זעה-זיי.
דאך האט דער בורא
צוגעשטעלט אונז – א מנין שומרי תורה.
איך טראכט אליין
איך קען נישט אוועקגיין.
אויסגעפונען איך מוז
וואס איז דער איד’ס זכות?
זאגט מיר א קרוב
דער איד איז פון אידישקייט געווען חרוב.
דאך האט מען געוואוסט
ווען מ’האט נאר א מנין אין געגנט געמוזט.
האט מען געקענט קלאפן ביי אים אין בנין
תמיד געווען דער ערשטער צו העלפן צום מנין.
דער מנהיג לבירא
שטעלט צו יעצט ביים קבירה.
א מנין שומרי תורה פונקט פארהאן
פאר אונזער מנין-מאַן!
3 Responses
מציץ מן החרכים – ס’איז א וואונדער צו זעהן אזא וואונדערליכע השגחה פרטית.
ווייזט אויס אז דער איד האט דאפלטע זכותים – ער האט פארדונען א מניין ביי זיין לוויה, אבער נאך מער פון דעם: אין זכות די מניין ביי זיין לוויה האבן אידן געזעהן די גרויסקייט פון תפילה מיט א מניין, ווער ווייסט וויפל טייערע אידן האבן זיך געשטארקט נישט צו מוותר זיין אויף א מניין אין זכות די פלא׳דיגע מעשה – און זיינע זכותים זענען ממשיך זיך צו מערן אויך לאחר פטירתו.
און דאס אלעס איז אין אייער זכות – וואס איר האט עס דערציילט קבל עם ועולם.
א גוטע ביזנעס האט איר געמאכט: אינוועסטעט אין א פלאץ וואס מאכט רווחים אויך פאר אייך – נאר מיטן עס מפרסם זיין ☺️
וואונדערליך השגחה פרטית
די שאלה איז. וואס האסטו געהאט א זכיה געפירט צו ווערן פון אויבן אלץ שליח צום מנין…. מגלגלין זכות…..
א קליין וועלטל!
יענע נשמה צו האבן א מנין ביי זיין לוי׳ איז א מוראדיגע זכות,
אבער אז מאטי זאל זיין פון די מנין איז נס בתוך נס, די מעשה זאל ווערן פאר פארשפרייט מסוף העולם ועד סופו
Wowowow