“אלול”

האָרן, האָרן
אלול געוואָרן
עוונות, דאָרן
נסיונות, צאָרן.

שופר בּאָרן
דערמאנט חסרון
וועגן פארלאָרן
אַראָפּ געפֿאָרן.

כבני מרון
סוף יאָרן
יום זכּרון
חשבון קלאָרן.

וואָרן, וואָרן
פארהאן פתרון
צוריק צאמפּאָרן
ניי געבּאָרן.

האניג שנאָרן
שלעכטס פֿאַרשפּאָרן
בּעטן מיר טאָרן
כּלהון יהון שרן.

Share this post

2 Responses

Leave a Reply to Simcha Cancel reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *