Screenshot_20250820_115326_Gallery

די סירקל

www.mottyilowitz.com ©Motty Ilowitz 2025

איסור השגת התוכן ללא אישור המחבר

איך זיץ אינמיטן פעלד געווענטליך – דארטן קענט איר מיר זען

איך בין צאמגעשטעלט פון אפאר בענקלעך – אמאל פינף, אמאל צען.

 

איך זיץ אויף די גרינע גראז – אויסגעשטעלט אין א רינגל

איך שטעק איבעראל אריין די נאז – און איך האב גאר א לויזן צינגל.

 

פאר מיר דערציילט מען אלעס – יא, אלעס פון יעדן איך ווייס

יעדנ’ס חסרונות און יעדנ’ס מעלות – ווילט איר אוודאי וויסן וויאזוי איך הייס?

 

איך הייס, די סירקל! 🪑🪑🪑

(www.mottyilowitz.com)

֍֍֍

 

ביי מיר זיצן מענטשן – וואס רעדן זייער אסאך

אוי גאט זאל זיי בענטשן –זיי קייען יעדן טאג איבער די זעלבע זאך.

 

דער רעדט זיך אפ – און דער טוט זיך אויף

איינער האט די נאז אראפ – און איינער די קאפ ארויף.

 

א מינוט מ’לאכט – א מינוט מ’וויינט

דער זאגט וואס מ’טראכט – און דער דער זאגט וואס מ’מיינט.

 

ביי מיר רעדן מען פון המן־טאשן אום פורים — פון די האלאפטשעס פון הושענא רבה

פון די קליינע בעיבי’ס יסורים – ביז די סגולות פון די עלטער באבע.

 

ביי מיר זענען דא ויכוחים – אזש דאס האלדז קומט ארויס

און ביי מיר שטעלט מען צאם שידוכים – וואס לאזן זיך קיינמאל נישט אויס!

 

ווילט איר אוודאי וויסן וויאזוי איך הייס?

איך הייס, די סירקל! 🪑🪑🪑

(www.mottyilowitz.com)

֍֍֍

 

ביי מיר פארציילט מען די דראמא – וואס טוט זיך אונטערן טיר

פון די שוויגער, פון די מאמע – פונעם טאכטער און פונעם שניר.

 

מען רעדט פון יעדן סעיל – וואקאציע אדער א טריפ

פון צוקער און פון מעל – פון קאמפאט און פון זופ.

 

מ’רעדט פון סקול און פון חדר – פון ‘whatever’ און   ‘you know’

מ’רעדט פון שיך און מ’רעדט פון קליידער – און רעסעפּי’ס פון sour dough.

 

דער שטריקט די סוועטער אירע – א צווייטער וואשט זיך אויף קמח ישן

דער זאגט פרק שירה – און דער הערט ביי מיר קול הלשון.

 

דער רעדט פון בטחון – און לערנט פאר א שטיקל חפץ חיים

און נאכדעם בארעדט מען דעם שכן – אזש ס’איז ממש שומו שמים.

 

ווילט איר אוודאי וויסן וויאזוי איך הייס?

איך הייס, די סירקל! 🪑🪑🪑

(www.mottyilowitz.com)

֍֍֍

 

 

איך הער ווער ס’איז חתונה געהאט – און איך ווייס ווער ס’איז ג’גט

ווער ס’איז געשטארבן אדער כמעט – און איך ווייס פונקטליך זייער חטא.

 

איך ווייס אלעס איבער דייעטס – און איבער רעטורנס פון עמעזאן

וואס איך הער מיך צאם במשך דעם זמן הקיץ – גלייבטס מיר, איז בכלל נישט קיין פאן.

 

יעדער אויף איינמאל ברומט – אבער איין זאך פארשטיין איך וויל

אלס איז דא איינער וואס ווען יענער קומט – בלייבט א יעדער שטיל.

 

אויך איז דא עפעס וואס איך קען נישט גלייבן – אסאך מאל איז מען שעות דא באזעצט

און יעדער האט מורא זיך אויפצוהייבן – ווייל יעדער גייט רעדן פון מיר יעצט…!

 

עס ווערט שוין נאכט, איר זאלט אבער נישט זארגן – די שניצל ברענט צו, און פארמאכט איז שוין די pool

איך וועל אייך אי”ה זעהן מארגן – און מ’וועט איבערקייען אלעס פון היינט.. נאכאמאל!

 

אפשר וועגן דעם הייס איך: די ‘סירקל‘?!?! 🪑🪑🪑🪑🪑

www.mottyilowitz.com ©Motty Ilowitz 2025

איסור השגת התוכן ללא אישור המחבר

֍֍֍

 

 

Share this post

One Response

  1. די בענקלעך מיינע האלטן – פאר יארן יארן לאנג
    טראץ עס האט שוין פיל שפאלטן – עס קרעכצט מיט דראנג

    קויפן א נייע איז אפשר מעגליך – דאך עס לוינט נישט
    דאס בענקל מיינע טעגליך – זכרונות מיר אויף פרישט

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *